מאטי.mp4_004067600

https://files.93fm.co.il/new/m/akplayer/7f77076894671b64b9d4632fd3ad972a.mp4

מילות השיר:
ס'איז ערב ראש השנה, מ'שפירט דעם הייליגקייט
דער מנחת אלעזר זיצט אין צימער פארטראכט,
זיין מחזור, זיין שופר, אויפן טיש שוין גרייט
די לעצטע ראש השנה אויף די וועלט פארבראכט.

זיין קליין אייניקל הערשעלע אריין צום זיידן טרעט
זיין בליק פאלט צום שופר אויפן טיש,
זיידע, איך וויל דאס הערן, בלאז פאר מיר - ער בעט
אבער דער צדיק ענטפערט, היינט בלאזט מען נישט.

שעפעלע ניין - ער גיט צו פארשטיין
לייג דעם שופר'ל אראפ
מען בלאזט טאקע א גאנצן חודש,
אבער היינט מען שטעלט זיך אפ.
ער איז מסביר דעם תּינוק
ערב ראש השנה איז מען שטיל
ווייל צומישן דעם שלעכטן שטן מען וויל.

אבער הערשעלע וויינט - פארשטייט נישט וואס ס'מיינט
איין תקיעה'לע בלאז
איך וויל נישט ווארטן ביז מארגן,
זיידע פארוואס ווילסטו נישט יעצט, פארוואס?
מיט רחמנות פארשוועמט - דער צדיק נעמט
דעם שופר לייגט ער צום מויל
וכל העם רואים את הקול.

תּקיעה, תּרועה, אוי שברים
די קולות ברעכן אויף אלע שערים,
די שברים צובראכן, צעהאקט איז די תּרועה
אן אמת'ע קול פון בּכיה.

ער שטייט דארט מיטן שופר, ער בלאזט און בלאזט און בלאזט
די טרערן פון זיינע אויגן קען אנפילן א גלאז,
דאס קינד ווערט בארואיגט, פון צימער גייט ארויס
דער צדיק זיינע הענט שפרייט ער אויס.

"טאטע זיסער, דו ביסט דער וואס אלעס זעט-דאך
איך האב עובר געווען אויפן אלטן מנהג, זיי מיר מוחל איך בעט-דיך,
איך ווייס ס'איז נישט די צייט פון שופר, כ'האב עס באמת נישט געמיינט
אבער וואס טוט נישט א טאטע ווען זיין קינד וויינט.

פרעג איך דיר, איך ווייס וועסט זאגן אז ס'איז נאכנישט די צייט
דיינע קינדער וויינען, וויאזוי קענסטו שטיין אין א זייט,
תּקע בּשופר גדול, די וועלט זאל שוין ווערט באשיינט
ווייל וואס טוט נישט א טאטע ווען זיין קינד וויינט."

אבינו אב הרחמן המרחם רחם
וויאזוי האלטסטו אויס דעם געשריי,
קיין איין טאטע קען נישט זען ביי זיך אינדערהיים
ווי זיין קינד וויינט און עפעס טוט וויי.

קוק ווי הויעך מ'וויינט ביי דיר, זיך אוועקדרייען דו טארסט-נישט
טאטעניו, דיין טיר פארמאך נישט,
יעדן איינציג טאג, וואס מיטן שופר דו בלאזט-נישט
דער שטן ווערט רואיג, מיר ווערן צומישט.

צובראכן און ארעם – פונקט ווי שברים
מיטן אטעם דעם לעצט
לבבות נשבּרות – פון אזויפיל צרות – צובראכן אויף צוזעצט.
מחלות, פראבלעמען – כל מיני נעמען
ס'גיסט א ים פון טרערן
וויפיל מעג מען דען דעם קול פון שברים הערן.

מען זוכט רפואות – מען שרייט תּרועות
צוהאקט אויף פיצלעך צושניטן
חולי ישראל – תּרועות אין שפיטאל – קליינע קינדער וואס בליטן,
דער פלאגט זיך מיט קינדער – דער בעט פון-דיר
לשובע ולא לרזון
וויפיל שברים און תרועה'ס איז די שיעור צו בלאזן.

אוי תּקיעה, תּרועה, אוי שברים
די קולות ברעכן אויף אלע שערים,
מיר ווארטן צו הערן די איינע תּקיעה
דעם אמת'ן קול פון ישועה.

שטיי דארט מיטן שופר, און בלאז און בלאז און בלאז
טו עס פאר דיינע קינדער און פרעג שוין נישט פארוואס,
די שטערקסטע תּקיעה פון אלע תּקיעות גדולות
וכל העם רואים את הקולות.

"טאטע זיסער, דו ביסט דער וואס אלעס זעט-דאך
איך האב עובר געווען אויפן אלטן מנהג, זיי מיר מוחל איך בעט-דיך,
איך ווייס ס'איז נישט די צייט פון שופר, כ'האב עס באמת נישט געמיינט
אבער וואס טוט נישט א טאטע ווען זיין קינד וויינט.

פרעג איך דיר, איך ווייס וועסט זאגן אז ס'איז נאכנישט די צייט
דיינע קינדער וויינען, וויאזוי קענסטו שטיין אין א זייט,
תּקע בּשופר גדול, די וועלט זאל שוין ווערט באשיינט
ווייל וואס טוט נישט א טאטע ווען זיין קינד וויינט."

האזינו לשיר:

https://files.93fm.co.il/new/m/akplayer/486b63ccc62f1e8b6c6b335d942ecc5f.mp4











עוד כתבות שיעניינו אותך

כעת בשידור חי

מדגמים, תוצאות ודרמות: משדר הבחירות עם אבי מימרן

אבי מימרן
ידעתם את זה?

מועמדת לייטנר: דואגת לילדי עזה ומגדירה עצמה שמאלנית

פנחס בן זיו
"יצא המרצע מהשק"

תפנית בפלג הירושלמי? רמז דרמטי בהפלס על הצבעת מחאה

שלום שטיין
האזינו להקלטה

לייטנר נגד יעקב אשר: "כנראה קפלניסט, חתך לשמאל"

שלום שטיין
"סחף תמיכה אדיר"

ברמן ללייטנר: "אתה עלול לפגוע בבחורי הישיבות"

אריאל ברמן
הרגע האחרון

22 לאיזנקוט, 8 ליהדות התורה: התחזית של חכם

הרב משה בן לולו
הדרמה בש"ס

עסקנים משקרים לרבנים: ראש הישיבה חשף את תוכן השיחה

נתי קאליש
זו אזעקת אמת!

דרעי פרץ בבכי בשידור: "יקחו לנו את התפילין מהראש"

הרב משה בן לולו
צפו

תיעוד הפיגוע בצומת יהודה: המחבלים יוצאים ופותחים בירי

קובי פינקלר
תיעוד מן הקודש פנימה

"יישרפו בגיהנם": הדברים החריפים של מרן הרב לנדו

נתי שולמן
כנסו להתעדכן

הקלפיות נסגרו, הדרמה מתחילה: כל מדגמי הבחירות

כתבי אמס
צפו בתיעוד

הטלפון התפוצץ בבית הכנסת והקבלה הצילה את חיי המשב"ק

פנחס בן זיו
חשש בגוש הימין

חגיגות מוקדמות במחנה השמאל: "יהיה ניצחון בנוק אאוט"

קובי סגל
מהומה של ממש

"תהפכו את הניידת": המשטרה עצרה בחור ישיבה בבני ברק

פנחס בן זיו
מתגייס למערכה

"מבין את התסכול": ינון מגל במסר לציבור החרדי

פנחס בינדר
צפו בתיעוד המסעיר

הפעם זה תועד: כך חוטפים בחור ישיבה חרדי בכוח לצבא

קובי סגל
האזינו

נתניהו בראיון ל'קול חי': "זו אזעקת אמת, יהיה כאן אסון"

מנחם טוקר
יצירה מרגשת ומרטיטה

הלם! מיכאל שניצלר ז"ל "הופיע" בקבר רחל באמצעות הולוגרמה ו-AI

אליעזר חסיד
חיוב המיליונים יבוטל?

דרמה בפוניבז': העליון דן בדחיית פינוי 'מסורת התורה'

פנחס בן זיו
חייבים להכריע

"אם העם לא רוצה דמוקרטיה": האזהרה של אהרן ברק

פנחס בן זיו